Peace process oyf ayn fus

Peace Process simplified in Yiddish

Picture

פון הירש צבי סארקין (קארעספאנדענט, ניו-דזשערזי)

Reprinted from Yiddishmoment.com

    די וועלט ברויזט מיט אויפשטאנדן, רעוואלוציעס, אומרוען, טעראר און סתם הריגות! די מלוכה-פירער און הויכראנגיקע דיפלאמאטן זיינען אבער צו שטארק פארנומען מיט דער הייליקער מיסיע צו גרינדן נאך איין אראבישע מדינה אין ארץ-ישראל, כדי צו רעאגירן אויף די אלע פראטעסטן.
      ס’וואונדערט מיך זייער, ווי קאנען קלוגע, דערפארענע מענשן ניט פארשטיין, אז אזא שלום קאן היינט-צו-טאג ניט דערגרייכט ווערן. די אראבער האבן אנגעהויבן נאך אין 1948 דעם קאנפליקט, כדי ניט צו דערלאזן די גרינדונג פון א ניט-מוסולמענישער מדינה אין דעם ראיאן. נאכדעם ווי זיי האבן געכאפט א גאנצע סעריע מפלות, האבן זיי אנגעהויבן צו פירן דיפלא-מאטישע אקציעס.
      די צרה איז אין דעם, וואס די ליבעראלע ישראל-
דיקע מנהיגים האבן אנגעפאנגען צו פארהאנדלען מיטן אויבער-טעראריסט יאסיר אראפאט און אים אפגעבן לעבנס-וויכטיקע טעריטאריעס. דערפילנדיק דעם טעם פון דערפאלג האבן די אראבער אנגעהויבן אנגרייפן אויף דער יידישער מדינה אויפן דיפלאמאטישן פראנט. דא איז זיי געגאנגען א סך לייכטער, ווייל די ליבעראלע מערבקידע לענדער, וואס האבן פארראטן די יידן במשך דער צווייטער וועלט-מלחמה, זיינען געווען מלא-
רחמנות צו די פאלעסטינער אראבער. ס’איז א סך לייכטער צו דרוקן אויף ישראל איידער אויף די אראבער, ווייל זיי שעצן-גרינג אלע באשולדיקונגען קעגן זיי.
      די לאגע האט זיך פארערגערט, ווען באראק אבאמע איז געווארן דער אמעריקאנישער פרעזידענט. אויב ביז איצט זיינען די אמעריקאנער געשטאנען מיט ישראל, האט זיך אבאמע אומגעקערט צו איר מיטן רוקן און איר געצייגט דעם קאלטן אקסל. צו דעם איז "אונא" (דער פעלקער-פארבאנד) א פרא-איסלאמישע ארגאניזאציע, וואס איר איינציקע דערפאלגרייכע אקציע איז צו פארדאמען ישראל.
      איצט לאמיר באטראכטן די שאנסן פאר שלום. ישראל איז פאראינטערעסירט מיט דעם און זי וואלט געקאנט שפילן א וויכטיקע ראלע אין דער אנטוויקלונג פונעם מיטלן-מזרח. און זי איז איינגעגאנגען אויף ווייטיקלעכע פשרות. דער רעזולטאט איז געווען גארניט. אנשטאט א דאנק האבן די אראבער גענומען פאדערן מער און נאך מער. די אלע קאנצעסיעס, וואס ישראל האט געמאכט האבן זיך אויסגעלאזן ווי א גרויס אומגליק. אזוי, למשל, האט דער אפטריט פון עזה פאראורזאכט א ראקעטן-שיסעריי פון עזה אויף ישראל. דער אפטריט פון דרום-לבנון האט פאר-
שטארקט די טעראריסטישע ארגאניזאציע כיזבאלא און, אזוי ווי זי איז א פארבינדעטע מיט איראן, האט ער זיך צוגערוקט נאענט צו ישראל.
     די אראבער האבן, פון זייער זייט, ניט געמאכט קיין איין איינציקע פשרה. זיי פאדערן די גאנצע טעריטאריע, וואס איז געווען ביז 1967 קאנטראלירט פון ירדן, ירושלים פאר זייער הויפטשטאט און דעם צוריקקער פון 3,5 מיליאן "פליטים" קיין ישראל. ס’זיינען אויך ניט דא קיין סימנים, וואס זיי וועלן זיך פון זייערע פאדערונגען אפזאגן. אזא אויסגאנג איז אבסאלוט אומאננעמלעך פאר ישראל. פרעגט זיך א שאלה: קאן מען דארט א שלום-אפמאך שליסן 


This entry was posted in Middle East Report, Opinion, Recent Posts. Bookmark the permalink.

Comments are closed.